בית השחיטה קרית יואל

May 17, 2018

א באזוך אין דעם גרעסטע שלאכט-הויז אין ניו יארק - בית השחיטה המהודרת דקרית יואל

באגייסטרנדע איינדרוקן פון א באזוכער אינעם גרויסארטיגן בית השחיטה דקרית יואל, אין א פשוטן דינטסאג. אריינקומענדיג אינעם שלאכט-הויז קען זיך דאכטן אז עס איז קומט אצינד פאר אן איינמאליגער שלאכט-פארמעסט אדער גרייט מען צו פאר א סעודה פון צוויי-הונדערט טויזנט באטייליגטע, ווען אין פאקט איז עס א טאג-טעגליכער ערשיינונג.

עס הערט זיך טאקע שווער ווען מען הערט אז אין דעם סאטמארער שטעטל קרית יואל, געפינט זיך דער גרעסטער שלאכט-הויז איבער גאנץ ניו יארק. איינמאל מען טרעט איבער דעם שוועל, דערזעט מען זיך מיטן פאקט פאר די אויגן, מען באגעגנט זיך מיט א מאסיווער פראדוקציע וואס איז נישט פארהאן זיינס גלייכן אין די הונדעטער מיילן ארום.

די בית השחיטה איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם ערשטן לאקאל אונטערן פלייש-געשעפט אינעם שאפינג צענטער. אין יענע צייט, איידער די בית השחיטה האט געעפנט אירע טויערן, פלעגן נישט קומען יעדן טאג קיין פרישע עופות, אלעס איז געווען געפרוירענע סחורה פון וויילאנד וואס פלעגן צו קומען איינס-צוויי מאל א וואך, און דער נויט פאר פרישע פלייש איז געווען גאר גרויס.

נאך וואס די שחיטה אינעם לאקאלן בוטשער האט זיך צעוואקסן, האט מען באשלאסן זיך אריבערציציען אין א נייעם בנין, אויפגעבויט ספעציעל צו קענען אקאמאדירן עטליכע טויזנט עופות א וואך. מיט די יארן האט מען אנגעהויבן צו שעכטן מער טעג אין וואך, ביז מען איז אנגעקומען צום אויבלויבליכן ציפער פון פערציג טויזנט א טאג. (כדי צו באגרייפן דעם נומער אביסל בעסער: די פלייש וואס מען שעכט איין טאג, איז גענג צו סערווירן פאר מער ווי פופצן כ"א כסלו'ס).

דער בית השחיטה איז אפן פיר-און-צוואנציג שעה א טאג, בייטאג שעכט מען פון זיבן אזייגער, דאס איז שוין נאך די טעגליכע אונטערזוכונג ווען עטליכע רעגירונגס אינספעקטארס האבן דורכגעקוקט יעדעס ווינקל זיכער צו מאכן אז אלעס איז ציכטיג ריין און זויבער, ווי דאס געזעץ פארלאנגט. מען שעכט ביז פינף אזייגער נאכמיטאג, דערנאך ענדיגט מען וואשן, זאלצן, שניידן און איינפאקן. צען אזייגער ביינאכט ענדיגט מען די אלע פראצעדורן, דאן הויבט מען אן ארויסצושיקן די טראקס צו אלע געגנטער און מען רייניגט אויס די גאנצע בית השחיטה, וואס נעמט א גאנצע נאכט.

קודם יצירת התרנגול

ווען מען נעמט זיך צו די ארבעט אינעם בית השחיטה, דארף מען צוריקגיין א טריט, נאך איידער די הינער קומען אן צום שלאכט הויז גרייט צום שחיטה, הויבט זיך שוין אן די ארבעט פונעם בית השחיטה. אכט חדשים בעפאר דער הינדל קומט אן קיין דינוב קאורט אין קרית יואל, איז שוין דער הינדל באשטעלט געווארן. די אכט חדשים דאס נעמט אריין עטליכע חדשים ווי לאנג עס נעמט פאר די מאמע צו לייגן אייער, דער פרישער איי ווערט אריינגעלייגט אין אן אינקובעטאר, נאך 21 טעג קומט ארויס א ניי-געבוירענע הינדעלע. נאכן געבורט גייט עס צו א פארם פאר עטליכע וואכן וואו עס ווערט אויפגעוואקסן און קעיר גענומען, הערשט דערנאך איז דער הינדל גרייט ארויסצופארן צום שעכט הויז.

די ערטער וואו די אייער האלטן זיך אויף נאך איידער די הינדלעך ווערן געבוירן, ווי אויך דארט וואו הינדלעך האדעווען זיך אויף, איז שוין אויך פולקאם אונטערן אויפזיכט פון די בית השחיטה, די משגיחים פארן אפט אהין זיכער צו מאכן אז אלעס ווערן געטון אויפן בעסטן אופן אויסגעהאלטן כדת וכדין.

אצינד קומען מיר אן, אינאיינעם מיטן הינדל, צום גרויסארטיגן פארבריק, די גרעסטע בית השחיטה אין ניו יארק. דער בית השחיטה איז ווי באקאנט פון די מערסט מהודר'דיגע שחיטות איבער די וועלט, מיט אומצאליגע חומרות והידורים, קפידות און אזהרות. יעדע פאר וואכן הערט מען איבער א נייעם הידור וואס איז צוגעלייגט געווארן, א נייעם פאטענט וואס איז אויסגעטראפן געווארן, א נייער סיסטעם, א נייער סאפיסטעקירטן מאשין וואס זאל צולייגן צום קוואליטעט פון כשרות. נישט אומזיסט איז עס באוואוסט מיטן צונאמען בית השחיטה "המהודרת".

אויפן גאס טוט זיך לעבעדיג, טראקס קומען און גייען יעדע פאר מינוט, די עופות ווערן אראפגענומען פון די טראקס תיכף אריין אויפן פארנדיגער גארטל, וואו עס ווערט תיכף געשיקט "ווי א הינדל צום שוחט". אריינקומענדיג אינעווייניג קען זיך דאכטן אז מען איז נארוואס ארויס פון א אונטער-טירל פון קרית יואל און מען געפינט זיך אין איינע פון די מאנהעטען וואלקן-קראצער געביידעס, עס ווירבלט אויף אלע פראנטן, הונדערטער ארבייטער ארבעטן פלייסיג אויף זייערע פאזיציעס.

וציונו על השחיטה

אין יעדן ווינקל אין בית השחיטה טוט זיך אפ באזונדערע סצענעס. פון ווען דאס הינדל פארט אריין אינעם בית השחיטה, פארט עס א גאנג אן אפשטעל. די מאשינען אינעם בית השחיטה זענען העכסט סאפיסטעקירט, עס איז צום באוואונדערן די פונקטליכקייט וויאזוי די עופות פארן ארום אויף די ספעציעלע הענגערס און דערנאך אויף די בעלטס ארום דעם גאנצן בית השחיטה, פון איין סטאנציע צום צווייטן און פון איין שטאק צום אנדערן. אלעס לויפט אויף א סיסטעם, דער הינדל לויפט אדורך די צוויי הונדערט און פופציג ארבעטער אינעם שלאכט-הויז, ווען אלע שטייען גרייט צו די מלאכה, יעדער איינער אויף זיין מקום קבוע, גארנישט שטעלט זיך נישט אפ אויף קיין רגע.

ביי איין ווינקל שטייען די שוחטים אויסגע'שורה'ט איינס נאכן צווייטן, אויפן ארט שעכטן ניין שוחטים. אלעס אינאיינעם קומען טעגליך אריין ניינצן שוחטים, מען שעכט פון זיבן ביז האלב ניין און דערנאך טוישט מען צו די אנדערע ניין שוחטים, און די יעצטיגע רוען זיך אפ ביז צענע ווען די קומענדיגע רונדע הייבט זיך אן. יעדער שוחט שעכט בערך צען עופות א מינוט, אלעס אינאיינעם ווערן געשאכטן ניינציג עופות יעדע מינוט אין טאג, דאס איז בערך פינף טויזנט יעדע שעה, פון זיבן ביז פינף.

נאך די שחיטה פארט דאס הינדל סיסטעמאטיש צו די ווייטערדיגע פראצעדורן, מאשינען פליקן אפ אלע פעדערן, מען איז בודק די צומת הגידין, די אינערליכע איברים, די לונגען, די קישקעס, די פיפיקלעך, די לעבערלעך, בוקא דאטמא, און אזוי ווייטער, ווען אלעס ווערט געטון מיט אומגלויבליכע חומרות והידורים, זיכער צו מאכן אז אלעס איז כשר אויפן העכסטן סטאנדארט אן זיך פארלאזן אויף קולות און היתרים.

הערשט דאן איז דאס הינדל גרייט צו ווערן באזאלצן דורך היימישע 'מלחינים' (אויך א חומרא, אין אנדערע ערטער ווערט עס געזאלצן דורך גויים אדער מאשינען), ארויסצוציען יעדעס טראפל בלוט וואס האט זיך געקענט אנזאפן, און נאך די דריי הדחות ווערט עס צוטיילט און פארפעקלט חותם בתוך חותם גרייט ארויסצושיקן.

אין דעם בית השחיטה פאלן ארויס עטליכע טויזנט נישט כשר'ע הינדלעך יעדן טאג, דורכאויס אלע פראצעדורן ווערן זייער אסאך גע'פסל'ט און עס קומט אויס צו אסאך מער פסול'ע פון אנדערע בית השחיטות, צוליב די פילע חומרות וואס זענען דארט איינגעפירט. מען קומט אהין פון אזויפיל קהילות, פון בעלזא, באבוב, באיאן, רחמסטריווקא, באבוב, און נאך. יעדער רב אדער דיין ברענגט מיט זיך עפעס אן אנדערע פרומקייט וואס איז אים בייגעפאלן, און מען שטעלט זיך צו יעדן צו.

די געפאקטע עופות פארן ארויס נאך א טאג ארבעט, תיכף צו די הונדערטער בוטשער-געשעפטן לענגאויס אלע היימישע געגנטער, קרית יואל, מאנסי, בארא פארק, וויליאמסבורג, סקווירא, פלעטבוש, קראון הייטס, לעיקוואוד, פענסעלוועניע, קאנעטיקוט, מאסעטשוסעס, מערילענד, פלארידע, טעקסעס, קאליפארניע, און אריבער דעם גרעניץ קיין מאנטרעאל, טאראנטא און קרית טאהש, און וואו נישט.

כשרות, קוואליטעט און טעם באים כאחד

דער בית השחיטה המהודרת האט געעפנט אירע טויערן אין יאר תשס"ג, זינט דאן האט זיך עס געטאפלט עטליכע מאל, סיי אין גרויסקייט, סיי אין קוואליטעט און פארשטייט זיך אין כשרות. עס ווערן דארט פראדוצירט אלע סארטן פליישן פון די העסטע סטאנדארטן מיט די גרעסטע מעלות.

פון א כשרות שטאנדפונקט, איז דער בית השחיטה פון די העכסטע אויף די רשימה. אויסער די שטרענגע השגחה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, פארמאגט די בית השחיטה השגחות פון נאך פילע בעלי מכשירים, ווי פון סטאר קעי (STAR K), או, יו (OU), און פן די וועד הכשרות לעדת הספרדים. עס קומען פאר כמעט וועכנטליכע באזוכן פון גדולי הרבנים און בעלי מכשירים פון איבער די וועלט, אלע באזוכער ווערן איבערגענומען פון התפעלות פון די פארגעשריטנקייט אין פעלד פון כשרות.

ווען עס קומט צו קוואליטעט, איז עס אויך א הויפט פריאריטעט. אויב האט איר געמיינט אז א הינדל בלייבט א הינדל, וואס א חילוק וואו עס ווערט פראדוצירט? דאן האט איר א טעות. פון די ערשטע מינוט ווען די הינער ווערן געבוירן, גייט אריין די מאקסימום השתדלות צו לאזן די הינער ריין פון אלע סארטן הארמאנען און אנטיביאטיק. די ערשט-קלאסיגע עקספערטן וועלכע ארבעטן מיט די הינער צוזאמען מיט די ריינע לופט פון פענסילוועניע, פון וואו די הינער ווערן געברענגט, פארזיכערט די פרישסטע און בעסטע פלייש פון אלע פלענטס לענגאויס אמעריקע.

עס נעמט אויך שטארק אויס ווען עס קומט צום טעם פון די עופות, די נעטראלע עסן וואס זיי ווערן געפיטערט, האלט זיי קרעפטיג און זאפטיג. ווען נעמט אריין דעם שטיקל פלייש אין מויל, קען זיך שפירן די געשמאקייט און קרעפטיגקייט פון די פלייש, עס דערקענט זיך אז דאס איז א קרית יואל'ער פראדוקט.

אין די לעצטערע תקופה איז צוגעלייגט געווארן צום דעם מעניו פון בית השחיטה א רייע פון געשמאקע נארהאפטיגע געשניטענע "קאלד-קאטס". אלע סארטן טורקי-ברעסט און פאסטראמי, סמאוקד און מעקסיקאנער. מען האט איינגערישט א פולקאם-אייגענער "סמאוק-האוס", עס ווערט נישט געטון דורך קעמיקאלן ווי אין אנדערע מקומות, נאר העכסט  ארגינעל. עס ווערן נישט צוגעלייגט דערצו קיין שום קעמיקאלן, עם עס זשי, הארמאנען אדער גלוטען, די געשמאקע און פרישע טעם דערפון, איז נישט צום פארגלייכן. אזוי ווי די כשרות – אזוי די נארהאפטיגקייט.

מיטן בעסטן אפעטיט!